🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ז סיוון תשפ״ה · Jun 13, 2025 · 2:07 PM
#1626
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת בהעלותך =

אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

נאכ'ן דאווענען ארום 10:45 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צום אסיפת הרבנים אין שטוב פון הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ,
עס זענען געווען פארזאמלט פילע גדולי התורה והוראה מנהיגי קהילות הקודש פון די גרעסטע קהילות אין ברוקלין וואו מען האט דן געווען בדבר ה' זו הלכה בענינים העומדים על הפרק,
אינמיטן דעם אסיפה האט דער רב איבערגעגעבן אז רבינו שליט"א וויל איבערגעבן עטליכע דיבורים אויפ'ן טעלעפאון פאר די רבנים ודיינים,
דערביי האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש בחובת השעה אויף א לייוו הוק אפ און ארויסגעברענגט דעם נחיצות הענין זיך מגייע צו זיין אויפצוטוהן למען הכלל והפרט און שטארק מחזק געווען די רבנים הגאונים שליט"א,
נאכ'ן אסיפה האט דער רב פארלאזט דעם שטוב אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל.

אויפדערנאכט האט דער רב מיטגעהאלטן דעם גאנצן שמחת החתונה בחצרות קדשינו, פון נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
הכלה בת גיסו הגה"צ ר' חנוך העניך אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד אבני צדק דקהילתינו הק' ק"י, בן האדמו"ר מאלעסק זצ"ל,
עב"ג החתן בן הרה"ג ר' יהושע שלום נתן רובין שליט"א - אב"ד גלאגוב ב"פ וחתן האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל.

נאכ'ן חופה אום 8:20 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר מרדכי.

ארום 10:15 איז דער רב אהיים לביתו וואו עס איז ארויפגעקומען עטליכע נדיבים מאנשי שלומינו וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה וועלכע שטייט תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א,
און דערנאך איז דער רב צוריקגעגאנגען צום שמחת החתונה.

נאכ'ן חתונה ארום 1:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 124