🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א תשרי תשפ״ז · Oct 2, 2026 · 2:10 AM
#3388
ארום 4:10 איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול די גרויסע עלטער זיידע הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די חשובע זיידעס גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, און דערנאך נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור און געזאגט קדיש,
מען האט געענדיגט ארום 4:30.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים רבתי לרגל די הכנס"ת בהסוכה הגדולה,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און פאר די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית ברא אלקים און ארויסגעברענגט אז משה רבינו האט אראפגעברענגט א מורא הגדול לעיני כל ישראל בראשית, אז גאנץ כלל ישראל זאל וויסן אז די גאנצע קיום העולם איז נאר צוליב די תורה הק', און דער רבי האט געזאגט אז דאס איז פאסיג צו זאגן ביי א שמחת הכנס"ת לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע א זון פון קודש הקדשים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע וואס ווער עס איז געקומען קיין צאנז האט דאס געלערנט אז די תורה הק' איז די קיום העולם,
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די דביקות פון אבותינו ורבותיה"ק זי"ע צום הייליגן צאנזער רב זי"ע און פלעגן אלץ ארומרעדן איבער די קדושה און עבודת השם פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע ובפרט אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע איז אסאך נתגדל געווארן אין ראצפערט, און דער רבי האט געזאגט אז עס איז אים א שמחה אז זיינס אן אייניקל פילט א קשר צו ראצפערט און צאנז און גיבט אריין א ספר תורה לעילו נשמתו, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן בעל שמחה נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אז די זכות אבות זאל מגין זיין אויף די גאנצע משפחה און מען זאל קענען בלייבן מקושר צו די אבות הק', און געזאגט אז כדאי הוא די צדיקים וקדושים זי"ע אז זיי זאלן קענען מגין זיין און משפיע זיין כל טוב פאר אלע נאספים ומשתתפים, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים,
מען האט געענדיגט ארום 5:20.

דער רב איז אהיים לביתו וואו עס איז פארגעקומען די סעודה לכבודה של תורה אין די סוכה שע"י ביתו,
צום ערשט האט מען געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך האט זיך דער רב געוואשן צום סעודה,
במשכן סעודה האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן מיט די בני המשפחה וואו מען האט פארברענגט אינאיינעם בשבת אחים, און מען האט געזינגן ניגוני תורה וניגוני יו"ט,
נאכן סעודה האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הוואכנאכט פון נכד אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א בן הנולד אצל חתנו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א וואו דער רב האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר אחיו הגה"צ שליט"א און די גאנצע משפחה,
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 106