דער רב האט משמיע געווען די צווייטע מאל דברי תורה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער דאס וואס רבותינו הקדושים האבן זוכה געווען צו זעהן די פריערדיגע אבות אראפקומען צו די הקפות, דער הייליגער עצי חיים זי"ע איז מסביר אז דאס איז אלס ענין פון גדול העומד על גביו,
דער רב האט אבער פארציילט די מעשה וואס רבינו שליט''א דערמאנט אלס איבער דעם אז מ'דארף זיין ראוי צו האבן די זכיה דערצו,
ביי שמחת בית השואבה האט מען זיכער זוכה געווען צו די התגלות פון די אבות הקדושים, פארדעם האט מען געדארפט מתקן זיין די תיקון גדו''ל פאר די נשים ווייל אויב נישט וואלט מען חלילה נישט זוכה געווען דערצו,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע קדושה וואס חסידים ואנשי מעשה האבן געשפירט צו די קדושת הסוכה, עד כדי כך אז דער וויענער רב הגה''צ ר' עזריאל יודא כ''ץ זצ''ל האט מקפיד געווען אז ס'זאל זיך נישט געפינען קיין ענגלישע בוכשטאבן אינעם סוכה, און יעדער איז זיכער מקפיד אז ס'זאל זיין ביותרת הכבוד נישט אריינצוברענגען נישט אויסגעהאלטענע מכשירים וכדומה,
אבער דער רבי ז''ל פלעגט זאגן אז ס'דארף זיין תדורו כעין תשבו, ווייל אין היקש למחצה, ממילא דארף מען ארויסגיין סוכות מיט א לימוד אויף א גאנץ יאר וויאזוי זיך אויפצופירן,
מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט 'אם אני אבא אל ביתי' אויב קען איך אריינקומען אינעם אויבערשטנס הויז, דאס הייסט אז איך האב אן אויסגעהאלטענע שטוב און איך פיר מיר אויף ווי ס'דארף צו זיין, דעמאלטס 'אתה אבא אל ביתך' קען דער אויבערשטער אריינקומען צו מיר אין שטוב.
דער רב האט ממשיך געווען זאגנדיג, דער סידורו של שבת זאגט אז ווען א איד איז מלוכלך בעוונות קען ער נישט שפירן קיין טעם אין קדושה, אבער אז מ'איז מוחל די עוונות ווערט מען ריין, סוכות איז אן ענין פון ''דעת'', למען ידעו, וואס דאס רייניגט פון די עבירות, כאילו הרחקתי נדוד,
למען ידעו דורותיכם, אזויווי שבת וועלכע איז משפיע דעת, לדעת כי אני ה' מקדישכם, כי בסוכות הושבת''י, מלשון שבת, ווייל נאך סוכות באקומט יעדע איד א נייע טעם אינעם שבת,
פארדעם הייסט עס "שבת בראשית", ווייל ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'שפירט אזא טעם אין שבת.
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון הכנה למצוה, אז פון סוכות אינדערפרי האט מען זיך שוין געגרייט בשמחה רבה צו די מצוה פון אכילת מצה, פארדעם שטייט אשה היתה בוררות חטה וכו',
מיר האבן די זכיה צו האלטן די ד' מינים אין די האנט, ונתנו ה' אלקיך בידיך, דער אויבערשטער לייגט זיך אריין אין דיינע היינט, געלויבט דעם אויבערשטן אויף דעם!
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון הושענא רבה, א טאג וואס רבותינו הקדושים האבן אריינגעלייגט אן אויסטערלישע עבודה און מסיים געווען בברכות לרוב אז מ'זאל קענען מיטנעמען די השפעות קדושות אויף ווייטער.
דער רב האט ממשיך געווען און שארף ארומגערעדט איבער די ווייטאגליכע פירצה מיט דעם אז ס'איז אריינגעברענגט געווארן שלא ברשות הנהלת קהילתינו בבית מדרשינו הגדול ווידיאו מאשינען דעם חול המועד,
דער רב האט געזאגט אז טראץ וואס די קהילה האט שוין ארויסגעשטעלט א מודעה מוחה צו זיין דערויף שפירט ער אז אלס רב קען ער נישט בלייבן שטיל און ער מוז אויפפאדערן דערוועגן,
דער רב האט אויסגעפירט אז כדי אוועקצושטעלן די זאך אז מ'זאל חלילה נישט אנקומען נאכאמאל צו אזא מצב וועט מען אוועקשטעלן א תקנה קבועה בבתי מדרשינו אז ס'זאל נישט פארקומען קיין מעמדים וועלכע איז מיוחד בלויז פאר שירה וזמרה, אויב וויל מען אז ס'זאל זיין נגינה וזמר דארף עס זיין אויף אן אופן פון א סעודה ומסיבה של מצוה, צו א שמחה של מצוה צו א שמחת חתן כלה, אבער בלויז נגינה וזמרה זאל מער נישט פארקומען ביי אונז אין די קהילה,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגוני שמחה, און דער רב האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
מיטן בענטשן האט דער רב מכבד געווען הגה"צ ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' ב"פ ,
מען האט געענדיגט ארום 12:15 און דער רב איז אהיים לביתו.
א גוטן מועד.
~🌴~

👁 139