🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט סיוון תשפ״ה · Jun 25, 2025 · 11:21 PM
#1846
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד חנוכת הבית פארן בנין ישיבה לצעירים אין וומ"ס אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה לרגל די שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו בהיכל ישיבה לצעירים אין וומ"ס בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 136
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט סיוון תשפ״ה · Jun 25, 2025 · 11:21 PM
#1840
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו בהיכל ישיבה לצעירים אין וומ"ס בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, פארגאנגענעם זונטאג קרח.
~🌴~
👁 125
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט סיוון תשפ״ה · Jun 25, 2025 · 11:21 PM
#1830
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו בבית מוה"ר יחזקאל שרגא בראך הי"ו, פארגאנגענעם זונטאג קרח.
~🌴~
👁 108
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט סיוון תשפ״ה · Jun 25, 2025 · 11:21 PM
#1824
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק ופטרון ישיבה לצעירים, פארגאנגענעם דאנערשטאג שלח בהיכל ישיבה לצעירים.
~🌴~
👁 93
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט סיוון תשפ״ה · Jun 25, 2025 · 1:26 PM
#1805
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת קרח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ו ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

ארום 9:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

= קול רנה וישועה באהלי צדיקים =

אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת לבנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א מ'ראצפערט חתן האדמו"ר מ'מאשלוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מ'קאלוב שליט"א לרפו"ש,
עב"ג החתן פרע"ח הרב יעקב יצחק שליט"א בן הגה"צ רבי חיים צבי הלוי ראטטענבערג שליט"א - אב"ד פינטשוב, בן הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאב זצ"ל.

צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן אויבנאן אינאיינעם מיט'ן חתן און מחותנים בשירה וזמרה,
עס האט אויפגעטרעטן דער מחותן דער אבי הכלה שליט"א, און מ'האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד השמחה, און זיך געשטעלט אויף די ווערטער אינעם תנאים 'המגיד מראשית אחרית הוא יתן שם טוב ושארית', און נאכגעזאגט א תורה פונעם טאטן זז"ג אז דער מנהג איז אויסצורעכענען דעם יחוס פון חתן כלה ביים תנאים כדי מ'זאל נישט קומען לידי גאות, און צוגעלייגט אז מ'קוקט אויף זכות אבות כדי מ'זאל האבן דעם תביעה פון 'מתי יגיע מעשי למעשי אבותי',
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט אז א מענטש האט נישט דעם מעגליכקייט אפצוגעבן א שבח ושירה פאר'ן אויבערשטן וואס באגלייט אים אויף יעדן טריט און שריט אין לעבן, און דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו בדברי הודאה צום אויבערשטן אז מ'האט זוכה געווען צו טוהן אזא פאסיגע שידוך מיט אן אייניקל כראוי וכהגון, אויף די געוואלדיגע גוטע גריסן וואס מ'האט געהערט אויפ'ן חתן, אזא מחותן וואס איז אליינס א מרביץ תורה, און דעם גרויסן יחוס וואס זיי האבן פון זיידעס וואס האבן פארשיינט דעם וועלט,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר דעם זיווג, און פאר די מחותנים און זיידעס, און דער טאטע זז"ג און דער שווער וואס ס'איז פאר זיי א גרויסע שמחה אז זיי האבן זוכה געווען א שידוך צו טוהן מיט צוויי אור אייניקלעך דעם יאר זאלן שעפן אסאך תענוג ונחת דקדושה, און דער גאנצער ציבור וואס פריידט זיך מיט זאלן זוכה זיין צו גוטע שידוכים און האבן אלעס וואס זיי דארפן, און מ'זאל שוין גיין בקרוב קעגן גואל צדק מיט'ן טאטן זז"ג בראש, בב"א.

ארום 10:40 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת התנאים,
מיר לייגן דא ארויף די באריכט אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש, ותשואות חן חן להם


דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים,
עדי תנאים: הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און ארויסגעברענגט אז פארן טוהן א שידוך וואס איז א תקנת חכמים דארף הקב"ה יא באצאלן שכר בהאי עלמא,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גרויסע יחוס פון חתן וכלה און בפרט די שייכות פון די זיידע הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאוו זצ"ל מיט אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און די קשר פון די זיידע הרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווא זצ"ל מיטן הייליגן ישמח משה זי"ע, און דערמאנט אז סיי די חתן און סיי די כלה זענען אייניקלעך פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, און אנגעוואונטשן אז די זכות פון די גרויסע זיידעס זאל מגין זיין פארן גאנצן ציבור און אראפברענגען כל מילי דמיטב.

מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען די עלטער זיידע גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:30,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

דערנאך איז דער רב צוריק ארויף אויפ'ן אויבנאן אינאיינעם מיט'ן חתן און מחותנים, און דרכאויס א לענגערע צייט איז דער גאנצער ציבור אריבער פערזענליך אנוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר'ן רב,
מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 120
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט סיוון תשפ״ה · Jun 25, 2025 · 11:57 AM
#1800
🌴בצל מורינו🌴
שמחת התנאים פון נכדת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א נעכטן דינסטאג בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס בראשות די גרויסע עלטער זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 118
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 10:28 PM
#1771
🌴בצל מורינו🌴
ערשטע בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת התנאים פונעם אייניקל הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט.
~🌴~
👁 136
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 9:47 PM
#1770
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין צו תפילת מעריב בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג איידערן שמחת התנאים פונעם אייניקל, הכלה בת לבנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד ראצפערט.
~🌴~
👁 130
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 11:57 AM
#1768
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת קרח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ה ע"ב - מ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די סיומי הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי,
ביים סיום הש"ס דורך מוה"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו וואס איז פארגעקומען בביתו,
און ביים סיום הש"ס דורך מוה"ר יושע פרענקל הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון סקיל מענאר.

= קול רנה וישועה באהלי צדיקים =

ארום 12:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען קיין בארא פארק צום מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדתו הכלה, בתו הבכורה של בנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א מראצפערט, חתן הגה"צ אדמו"ר מ'מאשלוי שליט"א, עב"ג החתן הרב יעקב יצחק שליט"א, בן הגה"צ ר' חיים צבי הלוי ראטטענבערג שליט"א - אבד"ק פינטשוב, בן הגה"צ אב"ד וואוידיסלאב זצ"ל,
די שמחת קישור החיתון איז פארגעקומען בבית הרה"ח ר' חיים יודל לעפקאוויטש הי"ו,
דער רב האט געוואונטשן ברכת מזל טוב פאר די זיידעס ובני המשפחה, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים פון די געהויבענע זיידעס בגנזי מרומים פון אלע צדדים.

דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א האט געמאכט א לחיים, און דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און מ'האט זיך געוואונטשן ברכת מזל טוב, און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און חשובע זיידעס, און קרובי משפחה.

עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פון די משפחות מימי קדם, און איבער די גרויסע יחוס פון חתן כלה, און נאך פיל,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און נאך,
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין פאר לענגערע מינוטן,
דערנאך איז דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א, און די מחותנים און זיידעס שליט"א.

אויפ'ן וועג ארויס האט דער רב אנגעוואונטשן פאר די כלה,
און דערנאך ארום 12:50 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 146
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 9:56 AM
#1764
🌴בצל מורינו🌴
= קול רנה וישועה באהלי צדיקים =

די שמחת התנאים פון נכדת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט וועט פארקומען אי"ה היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג בהשתתפות אלפי אנשי שלומינו בראשות די גרויסע עלטער זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 142
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 3:54 AM
#1757
0:12 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴 בצל מורינו 🌴
שמחת קישור החיתון פון נכדת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הכלה בתו הבכורה של בנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א, חתן הגה"צ אדמו"ר מ'מאשלוי שליט"א, עב"ג החתן הרב יעקב יצחק שליט"א, בן הגה"צ ר' חיים צבי הלוי ראטטענבערג שליט"א - אבד"ק פינטשוב.
~🌴~
👁 152