🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח סיוון תשפ״ה · Jun 24, 2025 · 2:33 AM
#1755
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת קרח =

ארום 8:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ב ע"ב - מ"ד ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען בבית מוה"ר יחזקאל שרגא בראך הי"ו וואו עס איז פארגעקומען דעם סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה נדבת הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - נדבן ופטרון ישיבה לצעירים,
דער רב האט באשיינט דעם אויבן אן פאר א לענגערע צייט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נדבן, און פאר'ן בעל אכסניא, און פאר אלע בני המשפחה,
מען האט געזינגען ניגוני תורה וניגוני שמחה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בענין הכנסת ספר תורה, און ממשיך געווען בשבח פונעם חשוב'ן נדבן ר' אברהם ווי ער געבט זיך אלץ אוועק פאר תורה און איז מחזיק תורה במלא חפנים, און ער איז אייביג ווארעם לכל דבר שבקדושה והרמת קרן התורה והחסידות בקרב קהילתינו הק',
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו, און פאר אלע משתתפים,
דערנאך האט דער נדבן געמאכט הגבה אויפן ספר תורה און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיטן ספר תורה און מיטן גאנצן ציבור.

ארום 5:30 איז דער רב אנגעקומען צום בנין ישיבה לצעירים און אריינגעפירט דעם ספר תורה בהיכל הביהמ"ד אין ישיבה באגלייט מיט פייערדיגע ריקודין בעוז ותעצומות,
דער רב האט ממשיך געווען צו טאנצן מיט'ן ספר תורה ארום דעם גאנצן היכל הביהמ"ד ברשפי אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איבערגעגעבן דעם ספר תורה פארן נדבן ובני משפחתו, און דערנאך פארן מנהל הישיבה הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א.

ארום 6:00 אזייגער איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בהיכל ישיבה לצעירים צום שמחת הכנסת ספר תורה,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
און רבינו שליט"א האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בחדרו הפרטי אין ישיבה.

נאך מנחה איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט א מעמד חנוכת הבית פארן בנין הישיבה,
מען האט א לענגערע צייט געזינגן פילע ניגוני שמחה, און עטליכע פון די בני המשפחה פונעם נדבן האבן אויפגעטרעטן.

ארום 8:30 איז דער רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל ישיבה לצעירים צום סעודה,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א מיט דברי שבח פונעם חשוב'ן בעל שמחה ונדבן הישיבה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
עס האבן אויפגעטרעטן ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו - חתן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א, און הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בוקר ויודע ה' את אשר לו' און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים, בפרט איבער אויפשטיין פארטאגס, זאגענדיג אז ווען א בחור שטייט אויף פארטאגס לערנען ווייסט מען אז ער איז א ערליכע און חשובע בחור,
דערנאך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער חבורת תורתך שעשועי אז מען הייבט יעצט אן די צווייטע מאל ש"ס און אסאך מענטשן שליסן זיך אן, עס איז זייער חשוב ביים רבש"ע אבער עס איז די זעלבע חשוב ביים רבש"ע איינער וואס קען נישט לערנען קיין בלאט גמרא א טאג אבער ער האט זיך זיינע קביעות'דיגע שיעורים צו עס זאל זיין חבורת יסודי התורה אדער אפילו אנדערע שיעורים, עס איז די זעלבע הייליגע תורה, און מען איז זיי שטארק מחזק,
רבינו שליט"א האט מסיים געווען בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הישיבה ונדבן הס"ת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע לאזט זיך קאסטן אזויפיל געלט פאר די ישיבה און אזוי אויך די קעמפ פון די ישיבה, און דאס איז חוץ פון זיינע אנדערע פילע נדבות פאר קהלתינו הק', דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב בכל ענינים און אנגעוואונטשן הצלחה פאר בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וראש הישיבה, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
👁 139