🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת קרח =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ה ע"ב - מ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די סיומי הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי,
ביים סיום הש"ס דורך מוה"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו וואס איז פארגעקומען בביתו,
און ביים סיום הש"ס דורך מוה"ר יושע פרענקל הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון סקיל מענאר.
= קול רנה וישועה באהלי צדיקים =
ארום 12:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען קיין בארא פארק צום מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדתו הכלה, בתו הבכורה של בנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א מראצפערט, חתן הגה"צ אדמו"ר מ'מאשלוי שליט"א, עב"ג החתן הרב יעקב יצחק שליט"א, בן הגה"צ ר' חיים צבי הלוי ראטטענבערג שליט"א - אבד"ק פינטשוב, בן הגה"צ אב"ד וואוידיסלאב זצ"ל,
די שמחת קישור החיתון איז פארגעקומען בבית הרה"ח ר' חיים יודל לעפקאוויטש הי"ו,
דער רב האט געוואונטשן ברכת מזל טוב פאר די זיידעס ובני המשפחה, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים פון די געהויבענע זיידעס בגנזי מרומים פון אלע צדדים.
דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א האט געמאכט א לחיים, און דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און מ'האט זיך געוואונטשן ברכת מזל טוב, און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און חשובע זיידעס, און קרובי משפחה.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פון די משפחות מימי קדם, און איבער די גרויסע יחוס פון חתן כלה, און נאך פיל,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און נאך,
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין פאר לענגערע מינוטן,
דערנאך איז דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א, און די מחותנים און זיידעס שליט"א.
אויפ'ן וועג ארויס האט דער רב אנגעוואונטשן פאר די כלה,
און דערנאך ארום 12:50 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 146