🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ט סיוון תשפ״ה · Jun 25, 2025 · 1:26 PM
#1805
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת קרח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ו ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

ארום 9:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

= קול רנה וישועה באהלי צדיקים =

אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת לבנו הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א מ'ראצפערט חתן האדמו"ר מ'מאשלוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מ'קאלוב שליט"א לרפו"ש,
עב"ג החתן פרע"ח הרב יעקב יצחק שליט"א בן הגה"צ רבי חיים צבי הלוי ראטטענבערג שליט"א - אב"ד פינטשוב, בן הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאב זצ"ל.

צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן אויבנאן אינאיינעם מיט'ן חתן און מחותנים בשירה וזמרה,
עס האט אויפגעטרעטן דער מחותן דער אבי הכלה שליט"א, און מ'האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד השמחה, און זיך געשטעלט אויף די ווערטער אינעם תנאים 'המגיד מראשית אחרית הוא יתן שם טוב ושארית', און נאכגעזאגט א תורה פונעם טאטן זז"ג אז דער מנהג איז אויסצורעכענען דעם יחוס פון חתן כלה ביים תנאים כדי מ'זאל נישט קומען לידי גאות, און צוגעלייגט אז מ'קוקט אויף זכות אבות כדי מ'זאל האבן דעם תביעה פון 'מתי יגיע מעשי למעשי אבותי',
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט אז א מענטש האט נישט דעם מעגליכקייט אפצוגעבן א שבח ושירה פאר'ן אויבערשטן וואס באגלייט אים אויף יעדן טריט און שריט אין לעבן, און דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו בדברי הודאה צום אויבערשטן אז מ'האט זוכה געווען צו טוהן אזא פאסיגע שידוך מיט אן אייניקל כראוי וכהגון, אויף די געוואלדיגע גוטע גריסן וואס מ'האט געהערט אויפ'ן חתן, אזא מחותן וואס איז אליינס א מרביץ תורה, און דעם גרויסן יחוס וואס זיי האבן פון זיידעס וואס האבן פארשיינט דעם וועלט,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר דעם זיווג, און פאר די מחותנים און זיידעס, און דער טאטע זז"ג און דער שווער וואס ס'איז פאר זיי א גרויסע שמחה אז זיי האבן זוכה געווען א שידוך צו טוהן מיט צוויי אור אייניקלעך דעם יאר זאלן שעפן אסאך תענוג ונחת דקדושה, און דער גאנצער ציבור וואס פריידט זיך מיט זאלן זוכה זיין צו גוטע שידוכים און האבן אלעס וואס זיי דארפן, און מ'זאל שוין גיין בקרוב קעגן גואל צדק מיט'ן טאטן זז"ג בראש, בב"א.

ארום 10:40 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת התנאים,
מיר לייגן דא ארויף די באריכט אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש, ותשואות חן חן להם


דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים,
עדי תנאים: הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און ארויסגעברענגט אז פארן טוהן א שידוך וואס איז א תקנת חכמים דארף הקב"ה יא באצאלן שכר בהאי עלמא,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גרויסע יחוס פון חתן וכלה און בפרט די שייכות פון די זיידע הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאוו זצ"ל מיט אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און די קשר פון די זיידע הרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווא זצ"ל מיטן הייליגן ישמח משה זי"ע, און דערמאנט אז סיי די חתן און סיי די כלה זענען אייניקלעך פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, און אנגעוואונטשן אז די זכות פון די גרויסע זיידעס זאל מגין זיין פארן גאנצן ציבור און אראפברענגען כל מילי דמיטב.

מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען די עלטער זיידע גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:30,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

דערנאך איז דער רב צוריק ארויף אויפ'ן אויבנאן אינאיינעם מיט'ן חתן און מחותנים, און דרכאויס א לענגערע צייט איז דער גאנצער ציבור אריבער פערזענליך אנוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר'ן רב,
מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 120