🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף קביעות מזוזה בביתו החדש פון מוה"ר משה דוד דאווידאוויטש הי"ו אין ק"י פארגאנגענעם מוצש"ק נח, דערביי איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואין פון הכלה בת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק ק"י. ~🌴~
אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דערנאך האט דער רב געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
ארום 8:40 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכן דאווענען האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מנחה האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר אלימלך בראך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר זלמן לייב מארקאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר הערש אלימלך קליין הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל ברא"י עפשטיין הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן צוריק קיין וויליאמסבורג, ביים אנקומען אין וומ"ס ארום 11:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים גרויסארטיגן סיום ביים 'יום הקצירה' פאר בחורי ישיבתינו הק' חברי חבורת קדושת יו"ט, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג בראשית אינעם בנין הישיבה דקהלת יעקב פאפא בשכונת רעד הוק נעבן וויליאמסבורג. ~🌴~
אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דערנאך האט דער רב געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
ארום 8:40 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכן דאווענען האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס ארום 7:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברי"י בערנאטה הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר משה וואלף קאהן הי"ו אין די זאל פון עטרת חי' שרה, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש, ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר אליעזר גרינוואלד שליט"א בן הרה"ג ר' יוסף חיים שליט"א - מגיד משרים, עב"ג הכלה בת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק ק"י, וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון די זיידע הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יוסף זאב מויזקאפף הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ח פרנס הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל, ביים תנאים פון די מחותנים הרב יוסף בערגער שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל שליט"א - אב"ד מישקאלץ, און הרב משולם שרגא מרגליות שליט"א בן הגה"צ אב"ד אהל משה וויען שליט"א חתן הגה"צ ר' זלמן לייב פילעפף שליט"א - אב"ד מכלל יופי, אין די זאלן פון אולם פרענקל.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מוצש"ק בראשית אין די זאל פון גינת אסתר. ~🌴~
אינדערפרי ארום 8:15 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל פתיחת הזמן, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה, נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר דניאל הירש הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
ארום 9:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר חיים הערש שווארץ שליט"א - מנהל בית האופה ומנהל איחוד התלמידים און מוה"ר נתן מאיר ליכטנשטיין הי"ו אין די זאל פון עטרת אסתר, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מוה"ר יואל בר"א ניימאן הי"ו און מוה"ר שלמה ווייס הי"ו אין די זאל פון פרדס יואל, ביים תנאים פון די מחותנים הרב ישראל יושע הערש פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א און הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף היכל התורה אין די זאל פון בעדפארד פאראדייס, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם משה גאלדשטיין הי"ו און מוה"ר אברהם דניאל סאפדי הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר דניאל הירש הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
אינדערפרי ארום 9:45 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, דער רב האט געדאווענט תפילת מוסף ארום 11:15 אין חדר ד'.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יצחק געלבשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם הערש בלומענפעלד הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר שלמה זלמן גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' ישראל מרדכי גליק הי"ו אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק', און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יצחק געלבשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם הערש בלומענפעלד הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען צום מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר, הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - מנהל האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק' פארהערט די בחורים ברבים, דערנאך האט הב' משה הורוויץ ני"ו בהרה"ג ר' יצחק יושע שליט"א נכד הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א געמאכט דעם סיום, און הב' בהר"ר אברהם לייב ליכטמאן ני"ו האט אויפגעטראטן מיט דברי חרוזים.
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען געהאט די זכי' אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט משמיע געווען דב''ק דורך א הוקאפ, דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין און זענען געשטיגן מעלה מעלה בעבודת השם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען קורצע דברי ברכה און ארומגערעדט בשבח פון די בחורים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נייעם זמן, נאכן בענטשן האט דער רב פארטיילט פאר די בחורים ספר שמעתתא דמרא ט"ב, מען האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רב איז אהיים לביתו.
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער צו היכל תהילות יוסף, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הקידושה רבה, עס האבן זיך אנגעזעהן פולע רבני ודייני קהילתינו הק', דער רב האט קידוש געמאכט, און טועם געווען פון די מזונות און פיש, מ'האט געזינגען ניגוני שמחה, עס האט אויפגעטראטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש שליט''א מיט דברי התרגשות מקיים צו זיין דעם לנעוץ סוף התורה לתחילתה, ווען אין די זעלבע וואך האט ער מקיים געווען די ערשטע און די לעצטע מצוה פון די תורה, כתיבת ספר תורה און פרי' ורבי', דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה והודאה.
דערנאך האט די רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד די שמחה, דער רב האט אויסגעטייטשט דעם מדרש פון בראשית ברא אלקים, הבונה בית חדש כיצד מברך, מברך שהחיינו שעושה נחת רוח ליוצרו, און נאכגעזאגט פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע אז אליהו הנביא קומט אויך אראפ צו א קריאת שם פון א טאכטער פונקט ווי ביי א ברית, און מיט דעם געזאגט אז בראשית איז ראשי תיבות ש'ם ב'תך ת'קרא א'ליהו ר'ועה, און מיט דעם אויסגעטייטשט דעם מדרש, ווייל לויט געוויסע מאכט מען דאך א שהחיינו ווען מ'זעט דאס ערשטע מאל א ניי געבוירן טאכטער, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב לכבוד די שמחה, מ'האט געענדיגט ארום 1:20 און דער רב איז אהיים לביתו.
= רעוא דרעוין =
ארום 6:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען: הרה"ח ר' אייזיק אפעלדארפער הי"ו, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה''ח ר' זושא רובין הי"ו, לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו, - וויען שלישי: הרה"ח ר' הערשל מיטטלמאן הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' אברהם האפפמאן הי"ו.
נאך תפילת מנחה האט דער רב זיך געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלו"ס תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע פסוקים ודקדוקים בפרשה און עס אויסגעטייטשט מיט עטליכע אופנים, דער רב האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון לימוד התורה כהכנה צו יעדע מצוה, און מחדש געווען צו פארענטפערן די סתירת רש''י, איבער ווען מ'האט געזאגט די שירה, זאגנדיג אז די זיבעטע טאג האבן זיי געזאגט שירה בתורת לימוד התורה כהכנה צו די אמירת השירה פון די אכטע טאג, און מיט דעם אויסגעטייטשט די פסוקי ומדרשי הפרשה, דערנאך האט דער רב מליצה'דיג אויסגעטייטשט וואס צדיקים פלעגן זינגען דעם ניגון שבת בראשית אלע אינאיינעם, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הר''ר חיים אליעזר דאוואדאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק ק"י, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים בנציון ווערצבערגער הי"ו - ק''י, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:00 און דער רב איז אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת בראשית - מבה"ח חשון =
ערש"ק ארום 6:55 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגאנגען הרה"ח ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 8:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 10:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר שלמה כהנא שליט"א, דער רב האט נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, און דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדרך דרוש ופלפול, דער רב האט אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים די מדרש אויפן פסוק בראשית ברא אלקים, הבונה בית חדש כיצד מברך, מברך שהחיינו שעושה נחת רוח ליוצרו, אז ווען א איד בויט א הויז טוט ער מיט דעם א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, אזויווי דער ייטב לב זאגט אז הקב''ה וויל אז א איד זאל לעבן בהרחבה, אזוי אויך שטייט דאך פון צדיקים אז א אידישע שטוב איז א מקום השראת השכינה.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הר"ר העניך טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ דומ''ץ קהילתינו הק' בירושלים, ויהיו רחמיך: הרה"ג ר' חיים שלום יאקאב שליט''א - ראה"כ בי"ש, מיטן בענטשן האט דער רב מכבד געווען בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, דערנאך האט דער רב דערציילט עבודות וסיפורים פון רבותיה"ק בעניני פרשת השבוע, מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, אויך איז פארגעקומען דעם שלום זכר פון מוה"ר יוסף אורי ראזמאן הי''ו, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און דער רב האט געוואונטשן פארן בעל שמחה, אז ביום השביעי: מוה"ר יואל זילבער הי"ו, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה לרגל דעם שבת של שמחה, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' פישל כ''ץ הי''ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: פתיחה: הרב יששכר בעריש ראזענבוים שליט"א בן האדמו''ר ממאשלוי שליט"א, בעל קורא: הרה''ח ר' מענדל מיטטלמאן הי''ו, כהן: הרה''ח ר' אליעזר געלב הי''ו, לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו, שלישי: החתן שאול ב"ר אלימלך בראך הי"ו - באווארפן, רביעי: הרה"ג ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט, חמישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו, אחרון: בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב''ד ראצפערט, דער רב האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם ויקרא שמה בישראל 'מלכה' נאך הרבנית הצדיקת אשת הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע, מפטיר: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, הגבה: מוה"ר זלמן לייב מארקאוויטש הי"ו, גלילה: מוה"ר אלימלך בראך הי"ו, נאכן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות, צו מוסף איז צוגעגאנגען הרב נפתלי ראזענבוים שליט"א בן האדמו''ר ממאשלוי שליט"א, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:15.
אינדערפרי ארום 9:15 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אינעם המספיק רעזארט אין די קעטסקילס וואו עס איז פארגעקומען די 'יום לחתנים' פאר די הונדערטער חתנים דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי וועלכע האבן חתונה דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט, ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען אין די זאל פון עטרת ווערטהיימער צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
נאך א הפסקה ארום 11:45 איז דער רב אריינגעקומען אינעם זאל און משמיע געווען דעם צענטראלן דרשה פאר די חתנים, דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט דברי הדרכה פאר די חתנים וויאזוי זיך צו גרייטן צום יום החופה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, דער רב האט געענדיגט די דרשה ארום 1:20, און פארלאזט דעם רעזארט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ארום 6:55 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מנחה איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה חיים הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק בראשית אין המספיק רעזארט אין די קעטסקילס, דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, מען האט געזינגן עטליכע ניגוני תורה, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה חיים הי"ו ובני משפחתו, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם שטוב אויפן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
ארום 9:30 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר בעריש ליכטמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר בנימין אהרן ביקסענשפאן הי"ו און מוה"ר נחמי' מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יעקב יואל באנדא הי"ו און מוה"ר פנחס יואל מאנדעל הי"ו אין די זאל פון פרדס פיגא.
ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב מנחם אבל געווען בני הר"ר עמרם כהן ז"ל.
דערנאך ארום 6:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און תפילת מעריב ארום 10:30 אין ביהמ"ד הגדול ק"י, ביים אנקומען אין ביהמ"ד צו מעריב האט זיך דער רב באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און ער האט דערביי געוואונטשן מזל טוב לרגל די געבורט פון רב'ס אייניקל בת לבנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב.
דערנאך האט דער רב אויפגעטראטן מיטן משא המעמד ודבר החבורה און צוזאמגענומען דעם היינטיג טאג וואו בחורים זענען געזיצן און געלערנט שעות ע"ג שעות און ווי שיין דער עולם האט געקענט, און ארומגערעדט איבער די געדאנק פון די עולם הבא מסכתא איז אז עס בלייבט אין קאפ און ביים קומענדיגן פארהער וועט ער נישט נאר זיך פארהערן נאך צוואנציג בלאט נאר זעכציג בלאט וכו', און דער רב האט צוגעענדיגט אז די טויערן פון די חבורה זענען ברייט אפן און מען נעמט יעדן אן מיט ברייטע ארעמעס און מקען זיך נאך זעהן מיטצוכאפן אויף קומענדיגע זמן, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים, הצלחה אויף קומענדיגע זמן, און מען זאל שוין בקרוב זוכה זיין בביאת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו בב"א.
דערנאך האט דער רב מכבד געווען דער בחור וואס האט געמאכט די סיום מיטן בענטשן און דער רב האט פארלאזט דעם בנין אויפן וועג אהיים לביתו.
ארום 9:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.
נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו און מוה"ר הערשל קלעפנער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים אלי' ראאב הי"ו און מוה"ר יואל ברח"ה מויזקאפף הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביים בר מצוה פון בן מוה"ר ישראל גרין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, און ביים בר מצוה פון בן מוה"ר יואל וואלף ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
ארום 3:45 איז דער רב אריינגעקומען אין חדר האוכל און משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי שיעור ג' וועלכע וועלן דעם קומענדיגן זמן אריינגיין לערנען אין ישיבה לצעירים און פאר די תלמידי ישיבה לצעירים וועלכע וועלן דעם קומענדיגן זמן אריינגיין לערנען אין ישיבה גדולה אין קרית יואל, דער רב האט אנגעהויבן מיט א ווארט פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ווען מגייט ארויס פון ביהמ"ד דארף מען זעהן מיטצונעמען די קדושה און אלעס וואס מען האט אריינגעלייגט דארט, און דער רב האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז אפילו מען גייט אריין אין א נייע ישיבה זאל מען זעהן מיטצונעמען די זאכן וואס מהאט געלערנט אין די אלטע ישיבה, נאכדערצו אינזערע ישיבות קטנות און ישיבה לצעירים וואו מען איז קונה א געוואלד, און א פלאץ וואס איז א גרעסערע ישיבה איז דא מער בחורים ווערן די נסיונות גרעסער דארף מען זיך זעהן צו האלטן שטארק אפילו סאיז נישט דא איינער וואס זאל זאגן טוה דאס און טוה יענץ, און מען זאל געדענקען ווער מען איז, און פארשטייט זיך זעהן אנצוהאלטן די אלע לימודים וואס מען האט געלערנט בסדרי הישיבה און בפרט די עולם הבא מסכתא וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר די ציהל עס מיטצונעמען אויף ווייטער מיט חשיבות.
דער רב האט ארומגערעדט מען זאל האבן די שכל אויסצוניצן די יארן אין ישיבה גדולה און נהנה זיין מאורו הבהיר פון מרן רבינו שליט"א, און נישט פארפאסן די געלעגנהייט פון די לעכטיגע שבתים, און בפרט די טישן וואס מען האט די זכי' אז דער רבי רעכט אפ ספעציעל מיט די בחורים, סיי די דברי תורה, און סיי די שכירות ותשבחות וכו', און אזוי אויך די לאנגע ווארימע שבת צופרי דאווענען וואס מען זעהט נישט אין ערגעץ, און די ווארימע שלו"ס וואס הונדערטער אידן קומען צו גיין פון די ווייטנס ספעציעל פאר דעם, און עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן, אז א בחור פארט אמאל אהיים אויף שבת צוליב א שמחה אד"ג זאל מען עס נישט אנקוקן ווי א ריווח נאר ווי א שאדן, דער רב האט ממשיך געווען מיט א בקשה אז אזויווי עס איז אים א פערזענליכע שמחה איז ווען סקומט א שמחה מען ווערט א חתן וועט זיין א שמחה אז מען וועט מודיע זיין, דערנאך האט דער רב געזאגט פאר די תלמידי שיעור ג' אז זיי גייען אריין אין ישיבה לצעירים מיינט עס אז זיי זענען די פאנטרעגער פון די חבורה ווייל די ישיבה קטנה בחורים קוקן ארויס אויף די תלמידי ישיבה לצעירים דארף מען עס האלטן שטארק און חשוב פאר די אויגן, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז יעדער זאל שטייגן און וואקסן בתוי"ש.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם אין חדר האוכל.
נאך מנחה איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און די בחורים האבן זיך געוואשן צום סעודה לכבוד הסיום, נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען צום סעודה און הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א האט אויפגעטראטן מיט א דרשה, ארויסברענגענדיג ווי ווייט די חבורה איז אנגעקומען און ער געדענקט נאך פון די ערשטע מעמדים פון די חבורה וואו ער האט אויפגעטראטן און סאיז געווען ממש א קליינע מספר בחורים משא"כ יעצט האט זיך עס אזוי שטארק פארברייטערט מיט הונדערטער בחורים וועלכע זיצן און הארעווען ובפרט איבער די חשובע זאך פון נעמען א עולם הבא מסכתא, און געזאגט אז געווענליך ווען א חבורה עפנט זיך איז דא אסאך חברי החבורה און מיט די צייט ווערט עס ווייניגער, דא איז אבער פארקערט, און עס איז זיכער בכח פון הגה"צ דער רב שליט"א וועלכע לייגט אריין געוואלדיגע כוחות צו הייבן די כח אין אונזערע ישיבות און אריינצולייגן תורה, חסידות והשקפה אין די בחורים.
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט איינער פון די בחורים מסיים געווען א מסכתא ברבים, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד המאורע, און די מנגנים האבן ממשיך געווען מיט ניגוני תורה, און דער רב האט מעודד געווען די ניגונים.
דערנאך איז פארגעקומען א שאלות ותשובות וואו די בחורים האבן געהאט די געלעגנהייט צו אנפרעגן פארשידענע שאלות בכל תחומי החיים און דער רב האט אויסגעשמועסט אלעס באזונדער פאר א לענגערע צייט, צווישן אנדערע האט מען גערעדט איבער די נושא פון התחדשות און איבער לערנען זייטיגע מסכתות וכו'.