🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז תשרי תשפ״ז · Oct 8, 2026 · 9:00 PM
#3481
ארום 3:45 איז דער רב אריינגעקומען אין חדר האוכל און משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי שיעור ג' וועלכע וועלן דעם קומענדיגן זמן אריינגיין לערנען אין ישיבה לצעירים און פאר די תלמידי ישיבה לצעירים וועלכע וועלן דעם קומענדיגן זמן אריינגיין לערנען אין ישיבה גדולה אין קרית יואל,
דער רב האט אנגעהויבן מיט א ווארט פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ווען מגייט ארויס פון ביהמ"ד דארף מען זעהן מיטצונעמען די קדושה און אלעס וואס מען האט אריינגעלייגט דארט, און דער רב האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז אפילו מען גייט אריין אין א נייע ישיבה זאל מען זעהן מיטצונעמען די זאכן וואס מהאט געלערנט אין די אלטע ישיבה, נאכדערצו אינזערע ישיבות קטנות און ישיבה לצעירים וואו מען איז קונה א געוואלד, און א פלאץ וואס איז א גרעסערע ישיבה איז דא מער בחורים ווערן די נסיונות גרעסער דארף מען זיך זעהן צו האלטן שטארק אפילו סאיז נישט דא איינער וואס זאל זאגן טוה דאס און טוה יענץ, און מען זאל געדענקען ווער מען איז, און פארשטייט זיך זעהן אנצוהאלטן די אלע לימודים וואס מען האט געלערנט בסדרי הישיבה און בפרט די עולם הבא מסכתא וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר די ציהל עס מיטצונעמען אויף ווייטער מיט חשיבות.

דער רב האט ארומגערעדט מען זאל האבן די שכל אויסצוניצן די יארן אין ישיבה גדולה און נהנה זיין מאורו הבהיר פון מרן רבינו שליט"א, און נישט פארפאסן די געלעגנהייט פון די לעכטיגע שבתים, און בפרט די טישן וואס מען האט די זכי' אז דער רבי רעכט אפ ספעציעל מיט די בחורים, סיי די דברי תורה, און סיי די שכירות ותשבחות וכו', און אזוי אויך די לאנגע ווארימע שבת צופרי דאווענען וואס מען זעהט נישט אין ערגעץ, און די ווארימע שלו"ס וואס הונדערטער אידן קומען צו גיין פון די ווייטנס ספעציעל פאר דעם, און עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן,
אז א בחור פארט אמאל אהיים אויף שבת צוליב א שמחה אד"ג זאל מען עס נישט אנקוקן ווי א ריווח נאר ווי א שאדן,
דער רב האט ממשיך געווען מיט א בקשה אז אזויווי עס איז אים א פערזענליכע שמחה איז ווען סקומט א שמחה מען ווערט א חתן וועט זיין א שמחה אז מען וועט מודיע זיין,
דערנאך האט דער רב געזאגט פאר די תלמידי שיעור ג' אז זיי גייען אריין אין ישיבה לצעירים מיינט עס אז זיי זענען די פאנטרעגער פון די חבורה ווייל די ישיבה קטנה בחורים קוקן ארויס אויף די תלמידי ישיבה לצעירים דארף מען עס האלטן שטארק און חשוב פאר די אויגן,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז יעדער זאל שטייגן און וואקסן בתוי"ש.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם אין חדר האוכל.

נאך מנחה איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און די בחורים האבן זיך געוואשן צום סעודה לכבוד הסיום,
נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען צום סעודה און הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א האט אויפגעטראטן מיט א דרשה, ארויסברענגענדיג ווי ווייט די חבורה איז אנגעקומען און ער געדענקט נאך פון די ערשטע מעמדים פון די חבורה וואו ער האט אויפגעטראטן און סאיז געווען ממש א קליינע מספר בחורים משא"כ יעצט האט זיך עס אזוי שטארק פארברייטערט מיט הונדערטער בחורים וועלכע זיצן און הארעווען ובפרט איבער די חשובע זאך פון נעמען א עולם הבא מסכתא, און געזאגט אז געווענליך ווען א חבורה עפנט זיך איז דא אסאך חברי החבורה און מיט די צייט ווערט עס ווייניגער, דא איז אבער פארקערט, און עס איז זיכער בכח פון הגה"צ דער רב שליט"א וועלכע לייגט אריין געוואלדיגע כוחות צו הייבן די כח אין אונזערע ישיבות און אריינצולייגן תורה, חסידות והשקפה אין די בחורים.

דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט איינער פון די בחורים מסיים געווען א מסכתא ברבים, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד המאורע,
און די מנגנים האבן ממשיך געווען מיט ניגוני תורה, און דער רב האט מעודד געווען די ניגונים.

דערנאך איז פארגעקומען א שאלות ותשובות וואו די בחורים האבן געהאט די געלעגנהייט צו אנפרעגן פארשידענע שאלות בכל תחומי החיים און דער רב האט אויסגעשמועסט אלעס באזונדער פאר א לענגערע צייט,
צווישן אנדערע האט מען גערעדט איבער די נושא פון התחדשות און איבער לערנען זייטיגע מסכתות וכו'.
👁 168