🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז תשרי תשפ״ז · Oct 8, 2026 · 9:00 PM
#3482
דערנאך האט דער רב אויפגעטראטן מיטן משא המעמד ודבר החבורה און צוזאמגענומען דעם היינטיג טאג וואו בחורים זענען געזיצן און געלערנט שעות ע"ג שעות און ווי שיין דער עולם האט געקענט, און ארומגערעדט איבער די געדאנק פון די עולם הבא מסכתא איז אז עס בלייבט אין קאפ און ביים קומענדיגן פארהער וועט ער נישט נאר זיך פארהערן נאך צוואנציג בלאט נאר זעכציג בלאט וכו',
און דער רב האט צוגעענדיגט אז די טויערן פון די חבורה זענען ברייט אפן און מען נעמט יעדן אן מיט ברייטע ארעמעס און מקען זיך נאך זעהן מיטצוכאפן אויף קומענדיגע זמן,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים, הצלחה אויף קומענדיגע זמן, און מען זאל שוין בקרוב זוכה זיין בביאת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו בב"א.

דערנאך האט דער רב מכבד געווען דער בחור וואס האט געמאכט די סיום מיטן בענטשן און דער רב האט פארלאזט דעם בנין אויפן וועג אהיים לביתו.

ארום 9:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו און מוה"ר הערשל קלעפנער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים אלי' ראאב הי"ו און מוה"ר יואל ברח"ה מויזקאפף הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביים בר מצוה פון בן מוה"ר ישראל גרין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים בר מצוה פון בן מוה"ר יואל וואלף ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 189