🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ו אדר תשפ״ו · Mar 4, 2026 · 11:09 PM
#2677
= רעוא דרעוין =

ארום 6:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יצחק קאהן הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' נפתלי צבי קלאגסברוין הי"ו,
שלשי: הרה"ח ר' יונתן רובינשטיין הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב בערקאוויטש הי"ו.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' קאפל שעהנברון הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות,
דערנאך האט דער רב מאריך געווען מיט דברי הכנה צום געהויבענעם יום טוב פורים, דער רב האט מעורר געווען אז עס זאל נאר שפילן אינדערהיים ערליכע ניגונים, און אזוי אויך זאל מען זעהן נאר אריינצוברענגן אינדערהיים כשר'ע ליין מאטריאל, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל עזרא פריעדמאן הי"ו,
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יואל ווערצבערגער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
נאכן דאווענען איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
~🌴~
👁 190