🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת תצוה =
אינדערפרי ארום 8:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א.
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן טלית ותפילין,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15 און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דר"ת.
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה והכנה ליום טוב פורים, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויקחו אליך שמן זית כתית למאור' און אריינגעטייטשט עטליכע פשטים אינעם פסוק,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען לענגערע דברי הכנה ליום טוב פורים און איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די בחורים וויאזוי זיך צו פירן אין אזא הייליגע טאג, דער רב האט ארומגערעדט ספעציעל איבער חסיד'ישע מלבושים און דערביי מעודד געווען די בחורים צו גיין מיט ווייסע זאקן במשך דעם יום טוב, און ארויסגעברענגט אז מען דארף האבן גרויסע סייעתא דשמיא לענגאויס דעם גאנצן טאג אז אלעס זאל גיין כשורה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ק"י.
ארום 4:45 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה לכבוד פורים און נאך,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה פאר די תלמידי הישיבה און ארויסגעברענגט דעם קשר און שייכות פונעם יום טוב פורים מיט פרשת תצוה און פרשת צו וואס קומט אויס יאר יערליך אין די וואך וואס מ'גרייט זיך צום געהויבענעם יום טוב,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די הכנה צום יום טוב און איבער די התנהגות אינעם יום טוב אליינס און ספעציפיש ארויסגעברענגט וויאזוי מ'זאל זיך פירן אין עניני לבוש און אין עניני נגינה און נאך, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
ארום 7:10 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו עס איז פארגעקומען א מעמד לכבוד היום ז' אדר מיט די חברי 'חבורת קדושת יו"ט' תלמידי ישיבה לצעירים והישיבות קטנות דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג,
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די בחורים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די חשוב'ע בחורים,
דער רב האט ארומגערעדט בדברי הכנה וויאזוי א בחור אין די ישיבה יארן דארף זיך אויפפירן אום יו"ט פורים, און ארויסגעברענגט אז מ'זאל זיך נישט צוגרייטן צום גרויסן יום טוב מיט די זייטיגע זאכן און מיט נארישקייטן, נאר וויסן דעם אמת און מאכן דעם ריכטיגן הכנה מיטן לערנען חסיד'ישע ספרים און זיך צוגרייטן מיט אן ערנסטקייט, דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט אז פורים דארף מען ספעציעל נזהר זיין אינעם רמ"א וואס זאגט 'ואל יבוש מפני המלעיגים עליו' און מ'זאל זיך האלטן שטארק ווען מ'ווייסט אז מ'טוט וואס איז ריכטיג, און אפי' ס'איז דא א מצוה פון חייב איניש לבסומי בפוריא דארף מען אבער געדענקען וואס מ'איז און וויאזוי זיך צו פירן,
דערנאך האט דער רב אויסגעשמועסט פאר א לענגערע צייט די נקודות אויף וואס מען וועט ארבעטן צוזאמען במשך די קומענדיגע וואכן אין ראם פון חבורת קדושת יום טוב, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
נאכ'ן מעמד איז דער רב ארויס פארענט פונעם בנין הישיבה און געמאכט קידוש לבנה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות,
ארום 8:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

👁 126