🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו סיוון תשפ״ו · Jun 11, 2026 · 12:01 PM
#3041
ארום 10:45 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען אין זאל און דער רב האט ממשיך געווען מיט די דרשה ברשות אביו הגדול מרן רבינו שליט"א.

ארום 11:10 האט דער רבי אנגעהויבן די דב"ק אויפן פסוק והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה', לחם מיינט מען א פרוי, תרומה זאגט רש"י לשון הפרשה, דאס קומט זאגן אז ווען מען האט חתונה דארף מען מאכן א הפרשה מען דארף זיך אפשיידן פון פארשידענע זאכן,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען וואוינט אין וומ"ס מיט פארשידענע קרייזן און קהילות ווי מען איז מקפיד אויף פארשידענע חומרות און מנהגים אבער אויף צניעות זענען זיי נישט מקפיד, רבותיה"ק זי"ע האבן אבער יא שטארק מקפיד געווען אויף צניעות און קדושה, און דאס איז געווען פון די הארבסטע זאכן און מעורר געווען אויף דעם אין די הייליגסטע צייטן, און ח"ו אז איינער זאל מקיל זיין ביי די ענינים, אונז האמיר א מסורה ווי אזוי מען דארף זיך פירן און וויאזוי מען דארף זיך אנטוהן און וויאזוי מען דארף אנטוהן די קינדער און דאס קען מען נישט טוישן לויט די גיסטע,
דער רבי האט פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע וועלכע האט געענטפערט פאר א גדול בישראל וועלכע האט געפרעגט אויף א ענין ווי עס שטייט, האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געענטפערט עס שטייט אין מיר און איך בין די תורה! האט דער רבי אויסגעשריגן די ענינים שטייען אין רביה"ק זי"ע און ער איז די תורה! און ח"ו צו מקיל זיין מיט אזא שאלה פון ווי שטייט עס,
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די מצב ווי מען זעט די חילוק וויאזוי די באבע מיט די קינדער און די אייניקלעך גייען אנגעטוהן, עס איז שרעקליך! א שטארקע ירידת הדורות, מען דארף זען זיך פירן תרימו תרומה לה' תרומה מלשון התרוממות, מען דארף זיך פירן דערהויבן און זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכנים און חברים נאר זיך האלטן שטאלץ מיט אונזער מסורה,
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז א חלק פון די פראבלעם קומט אז מען שיקט אוועק די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות און זיי באקענען זיך מיט פרעמדע השקפות און ווערן קאלט צו די ענינים און שפעטער האבן זיי נישט קיין פראבלעם אז זייערע פרויען זענען זיך מקיל ביי די ענינים,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז בנו הגה"צ דער רב שליט"א האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה דברים היוצאים מן הלב און וועט בעז"ה זיין נכנסים אל הלב און אינעם מח, און שטארק מחזק געווען זיינע ווערטער און געזאגט פאר יעדע יחיד אז דיר מיינט מען, און יעדער בפרטיות דארף זיכער מאכן אז ביי זיין שטוב און ביי זיינע קינדער און אייניקלעך זאל מען זיך פירן ווי עס פאסט און גודר גדר זיין ווי מען קען,
דער רבי האט שטארק משבח זיין די פעולות ווי פילע תלמידות בית רחל האבן זיך געלאזט אפשערן די לאנגע האר אין די לעצטערע וואכן און עס שטארק מחזק געווען,
דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מצליח זיין צו מקיים זיין אלע תקנות, ובזכות נשים צדקניות נגאלו בב"א.

דערנאך ארום 11:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט אביו הגדול מרן רבינו שליט"א ברוב עם, און דערנאך פארלאזט דעם זאל אויפן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 128