🌴בצל מורינו🌴
= פרשת דברים =
יעדן אינדערפרי ארום 9:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א,
און נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן רבינו תם בהיכל הישיבה.
זונטאג אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין מחנה ישיבה לצעירים.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא,
ארום 1:00 איז דער רב אנגעקומען אין חדר בית מרדכי בביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ע"ט ע"א - פ"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 2:45.
נאכמיטאג איז דער רב ארויסגעפארן קיין מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה - לאקשעלדריק, וואו דער רב האט משמיע געווען דברי הכנה להימים נוראים ימי הרחמים והסליחות הממשמשים ובאים,
דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן.
אום 8:45 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה קטנה סניף נזר התורה,
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
פארן דאווענען האט דער רב געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, וואו דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט סיפורי צדיקים און הנהגות טובות ממשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע,

דערנאך איז דער רב ארויסגעפארן קיין וואדרידזש וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מנחם יוסף קרויס הי"ו - וומ"ס און מוה"ר מתתיהו בראך הי"ו - וומ"ס אין א זאל אין די געגנט.
דערנאך איז דער רב געפארן קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שמואל שטיין הי"ו - וומ"ס און מוה"ר אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס אין די זאלן פון קרן ויואל משה,
און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו בשכינות ישיבה קטנה סניף דרך התורה.
מאנטאג אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען בהיכל מבצר הכוללים אין קרית יואל אינאיינעם מיט בנו הגדול הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די הונדערטער נבחנים ביים בחינה אינעם צווייטן מחזור ש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי,
דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די נבחנים פאר א לענגערע צייט, און זיך דערנאך געזעצט מאכן די בחינה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר יצחק אייזיק שווארץ שליט"א און הר"ר אפרים פישל לאנדא הי"ו אין די זאלן שע"י בית רבינו אויף איהעל קט.
מיטוואך אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה.
שפעטער מיטוואך נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה קטנה סניף היכל התורה,
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים ארומרעדנדיג איבער די טעג ווי משטייט יעצט, און וואס מדארף זיך פארבעסערן,

פון דארט איז דער רב אריבער צו מחנה ישיבה קטנה סניף חכמת התורה וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים בדברים הצריכין חיזוק,
דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן,
און דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
פרייטאג אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א.
נאכמיטאג איז דער רב ארויסגעפארן קיין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב וועט פראווענען דעם שבת אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 201