🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ד אדר תשפ״ה · Mar 24, 2025 · 11:15 PM
#1096
= רעוא דרעוין =

ארום 7:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שמחה הערשקאוויטש הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: האברך בה"ר יעקב גליק הי"ו,
לוי: מוה"ר משה יושע ווייס הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר יושע געלבשטיין הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.

שטייענדיג נאך אין חודש אדר קען מען נאך רעדן פון פורים, ס'איז געווען אידן וואס האבן דעם פארגאנגענעם שבת אריינגעצויגן דעם פורים און געטוהן פורס מפה ומקדש, האט דער רב ארויסגעברענגט צום ערשט אז אונזערע רבי'ס האבן זיך נישט אזוי געפירט, און בכלל ברענגט עס צו צו זלזול שבת, און נאכמער די חידוש איז אז די זעלבע אידן פייערן נישט פאר סוף זמן קרי"ש, און עשרה בטבת ווען מ'האט געפאסט האבן זיי נישט אריינגעצויגן נאר געזוכט די פריעסטע זמן צו דאווענען און קענען אויספאסטן,
און אויסגעטייטשט 'לקיים את ימי הפורים האלה בזמניהם', ס'דארף זיין די ריכטיגע צייט, נישט אריינציען אינעם שבת, וויאזוי ווייסט מען, קוק אויף 'דברי הצומות וזעקתם', דארט זוכן זיי די פריעסטע זמן און זיי ציען נישט אריין,
און באזונדער אויסגעטייטשט די ווערטער 'דברי שלום ואמת' אז א איד דינט נישט דעם אויבערשטן על מנת לקבל פרס, מ'איז בשלום מיט'ן אויבערשטן און מ'דינט אים, אבער ס'איז באמת, נישט אויף צו באקומען חסדים.

דער רב האט נאכגעזאגט פונעם בעל שם טוב אז ווען דער אויבערשטער וויל א איד זאל תשובה טוהן, אנשטאט אים שטראפן, געט ער אים אסאך חסדים, און דורכדעם כאפט מען זיך אז מ'האט געטוהן אן עבירה, און וועגן דעם ווערן צדיקים מורא'דיג צובראכן ווען זיי באקומען חסדים,
און ארויסגעברענגט אז א גאנצע וואך איז מען נאר פארנומען מיט די צרות וואס מ'האט, שבת ווען מ'איז פארנומען צו דאנקן דעם אויבערשטן, זעהט מען די אלע חסדים און מ'כאפט זיך ווי נידריג מ'איז, איז די ריכטיגע זמן תשובה צו טוהן.

דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי פרשת פרה אדומה, און ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס די פרה אדומה האט געדארפט זיין רויט איז ווייל די גמ' זאגט אז ווען מען פארשעמט איינעם גייט אוועק די רויטקייט און מ'ווערט ווייס, די פרה אדומה איז א כפרה אויף דעם וואס ווען דו האסט געטוהן אן עבירה ביסטו געבליבן רויט און נישט געווארן ווייס, ניטאמאל האסטו דיר געשעמט בשעת'ן עובר זיין,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, ס'זאל נשפע ווערן אלע השפעות טובות, מ'זאל גיין קעגן משיח צדקינו מיט'ן טאטן זז"ג בראש, בב"א.

ידיד נפש: מוה"ר אברהם הערש שעהר הי"ו,
קל מסתתר: מוה"ר דוד יושע גראס הי"ו,
שושנת יעקב: מוה"ר חיים יושע פאלקאוויטש הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יודל היימאן הי"ו,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 9:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 128