🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ח תמוז תשפ״ה · Jul 14, 2025 · 11:07 AM
#1891
און ברוך השם אז מ'שטייט שוין יעצט אין אזא הערליכן מקום, אין אן אייגענעם אפגעקויפטן פלאץ, מיט אזא אהערגעשטעלטן בנין אדיר ומפואר, און מען שעפט פירות פון די ארבעט אז מען איז שוין ענדליך אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, און פון היינט און ווייטער וועט מען קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת אן קיין שום שטער, עס געבט א חיות און חיזוק ווען מ'זעהט אז עס גייט אן און די בחורים האבן הנאה.

דער רב האט ממשיך געווען אז יעצט ליגט די ארבעט אויף די בחורים אז זיי זאלן שיין מאכן דעם בנין בתורה ותפילה, אזויווי דער טאטע זז"ג זאגט כסדר אז די לומדי תורה באשיינען דעם פלאץ, ס'איז ב"ה א גוטע מקום, זאל מען זעהן עס אויסצונוצן פאר עבודת ה',
דערביי האט דער רב אויך מעורר געווען אז תורה גייט צוזאמען מיט דרך ארץ, און א בחור דארף זעהן זיך אויפצופירן מענטשליך און זיך אליינס קעירנעמען, ספעציעל ווען מען שלאפט דא איבער אין ישיבה און מען געפונט זיך צווישן בחורים פיר און צוואנציג שעה א טאג וואס דאן קומט עס פיל מער אויס,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 7:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע האט אין די יעצטיגע טעג זיך אריינגעצויגן אין א נייעם בנין הישיבה אויף רוט 208 אין קרית יואל המורחבת,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת, און נאך.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט איבער לערנען אין די לאנגע זוממער'דיגע שבת נאכמיטאג'ס, און חס ושלום נישט גיין ליידיג אדער פארשווענדען דעם צייט בלא דבר, און אזוי אויך ארויסגעברענגט אז א חסיד'ישע בחור קען נישט צוגיין צו א דאווענען און ספעציעל אום שבת, אן עוסק זיין בתורה פארדעם און מאכן דעם ריכטיגן הכנה.

דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם נייעם פלאץ אין וואס מ'האט זיך יעצט איינקווארטירט, מ'זאל זעהן אריינצולייגן כוחות אין תורה ועבודה אין דעם מקום, ס'זאל זיך דערקענען אויף דעם פלאץ אז דא לערנען העכערע בחורים, און מען ארבעט פארשטייט זיך גאר שטארק אויף די גשמיות'דיגע צרכים אז אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז היות דער נייע פלאץ איז ממש אין קרית יואל, וועט מען פרובירן צו קומען מער אפטער, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ארום 8:30 אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הרה"ח ר' משה שווארץ הי"ו וועלכע איז פארגעקומען בביתו אין קרית יואל,
איבערנאכט האט זיך דער רב אויפגעהאלטן אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 211