🌴בצל מורינו🌴
גאר ווארעמע דברי התעוררות איז געהערט געווארן נעכטן בעת רעוא דרעוין בביהמ"ד הגדול וומ"ס דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א כהכנה דרבה לקראת די חתונה הגדולה פון נכדתו הבכירה הכלה בת לחתנו כבנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', דור רביעי הראשונה של מר אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם געהויבענעם זמן בעת החופה וואו עס קומען אראפ די אבות הקדושים משמי מעל און זיי באטייליגן זיך ביים שמחה מיטצוהאלטן ווי זייערע אייניקלעך ציען ווייטער דעם גאלדענעם קייט, און דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקי הפרשה אויף דעם בחינה.
דער רב האט דערמאנט די שמחה ביים זיידן ז"ל דער ברך משה בעת וואס די אם הכלה איז געבוירן געווארן און וואס ער האט דאן געזאגט אז ער וויל קומען צום חתונה און זיך קויפן א נייע שטריימל, און אויסגעפירט אז מען האפט אז יעצט ווען די אור אייניקל מאכט חתונה א קינד וועט ער אראפקומען מעולם העליון זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז די חופה איז א זמן ווען אלע משתתפים וואס באטייליגן זיך קענען זיך אויסבעטן סיי ברוחניות און אויך בגשמיות, און אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער די עטליכע מנהגים וואס מען פלעגט זיך פירן במשך די שבעת ימי המשתה בדורות הקודמים.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גאר שטארקע שמחה וואס שפירט זיך ביים ציבור וועלכע זענען חסידים פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און פרייען זיך מיט זיין שמחה אז ער איז זוכה חתונה צו מאכן א דור רביעי קע"ה, און געבעטן דעם פארזאמעלטן אז אפילו ס'איז נישט פאסיג זיך אויסצודרוקן דאס ווארט לאדענען, וועט אבער זיין אן אויסטערלישע שמחה ווען דער זעלבער ציבור וואס איז מרבה לתפילה און פילט מיט בעת צר וועט זיך קומען משתתף זיין בעת השמחה און זיך וואונטשן מזל טוב.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די שמחה זאל משפיע זיין פאר די גאנצע קהילה און יעדער זאל זוכה זיין צו אלע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות אין זכות פון די זיידעס וואס קומען אראפ, און דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
"קה זכות אבות יגן עלינו"
~🌴~

👁 357