🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י׳ שבט תשפ״ו · Jan 28, 2026 · 9:00 PM
#2408
= רעוא דרעוין =

ארום 5:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב גאלדשטיין הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' יעקב שלום טרעגער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה און ארומגערעדט איבער עניני תשובה ותיקון המעשים בקול בכי לקראת די ימי השובבי"ם,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי הפרשה, צווישן אנדערע אויף די פסוקים אנפאנג סדרה ביי מכת ארבה און אויף די ווייטערדיגע פסוקים ביי מכת חושך.

דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די הארבקייט פון געוויסע חטאים אויף וואס ס'העלפט נישט קיין תשובה, דער רב האט מאריך געווען איבער דעם ענין און ארויסגעברענגט אז ס'איז דא צוויי וועגן וויאזוי מ'קען תשובה טון און נתכפר ווערן אויף די חטאים.

איינס איז דורך די קרעכץ פון א איד וואס דאס צוברעכט די שלעכטע מלאכים און אזוי דער רבי ר' זושא זאגט אז ער האט נאכנישט געזען קיין גאנצע מלאך פון אן עבירה, דערביי האט דער רב נאכגעזאגט א שטיקל דברי יואל וואס מ'האט נישט אריינגעדרוקט די אויספיר וואס דער רבי טייטשט אינעם פסוק איבער דעם ענין.

און די צווייטע זאך וואס העלפט אפי' אויף גרויסע עבירות איז האבן מסירות נפש פאר'ן אויבערשטן וואס דאס איז א תשובה אויף די עבירות, און דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקי ומדרשי הפרשה לויט דעם.

דער רב האט מאריך געווען איבער די וויכטיגקייט פון זיך מקבל זיין קבלות טובות און ארויסגעברענגט אז מ'זאל זען אויסצונוצן די דריי לעצט פארבליבענע וואכן פון די ימי השובבי"ם זיך צו פארבעסערן אין אלע ענינים, ובפרט זאל מען זיך מקבל זיין אינעם ענין פון דאווענען, און דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט אז מ'זאל זען צו זאגן קרבנות פאר מען הייבט אן דאווענען, ס'איז א געהעריגע חלק פונעם דאווענען, באמת דארף אזוי זיין א גאנץ יאר אבער ספעציעל יעצט אין די ימי השובבי"ם,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר משה מענדל גליק הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלעזר טעללער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 219