🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א שבט תשפ״ו · Feb 8, 2026 · 5:10 PM
#2589
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת יתרו =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויפ'ן פסוק צמאה לך נפשי כמה לך בשרי אין קאפיטל ס"ג פסוק ב', דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער דעם ענין פון קדושת האכילה און אלע הלכות וויאזוי מ'דארף זיך צו פירן ביים עסן, דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'קען אמאל זיין אז צוויי בחורים עסן אויפ'ן זעלבן טיש און די זעלבע עסן אבער די חילוק צווישן די צוויי איז גאר גרויס און איינער באקומט דערפאר עולם הבא און איינער ח"ו נישט, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דר"ת,
ארום 11:15 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 5:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג', און דערנאך ארום 6:30 תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר יוסף בנימין אליעזר שטערן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים וואלף קרויס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שמואל מרדכי פיש הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר משה ווייזער הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון פרדס יואל,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יוסף חביב באסול הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אלי' יואל סאלאמא הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אהרן ניישטאדט הי"ו און מוה"ר זלמן לייב פערל הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אפריון קראסנא, און דער רב האט געליינט תנאים.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק צום שמחת השבע ברכות פון נכדתו הכלה בת הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט,
דער רב איז אנגעקומען אין ביהמ"ד דאמבראווא אין ב"פ וואו עס איז פארגעקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מחותן הגה"צ אב"ד פינטשוב שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגה"צ ר' יושע רובין שליט"א - אבד"ק באבוב-45, און מיט'ן מחותן,
עס האט אויפגעטרעטן בן האדמו"ר מ'באבוב-45 שליט"א און ארומגערעדט בדברי תורה לכבוד השמחה,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתן און די מחותנים, און דער רב האט פארלאזט דעם שמחה.

פון דארט האט זיך דער ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין שטאט,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו - וומ"ס, און מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בבית רבינו אויף איהעל קט.,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק אייזיק שווארץ הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון כינור דוד,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר אהרן ווערצבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אלימלך רייך הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 173