🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ט ניסן תשפ״ו · Apr 16, 2026 · 11:51 AM
#2894
= מוצאי שבת קודש =

ארום 11:30 איז דער רב ערשינען בהיכל בית מדרש הגדול וואו עס איז פארגעקומען א מלוה מלכה רבתי לרגל די יומא דהילולא קדישא פון מרן בעל דברי חיים זי"ע, און לקראת דעם יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
מען האט געזינגען די זמירות למוצאי שבת,
דערנאך האט הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי זכרון פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

אום 12:20 האט דער רב משמיע געווען דבר הילולא ודברי זכרון,
דער רב האט ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא מרן קוה"ק בעל דברי חיים זי"ע און עובדות וספירי קודש פון רביה"ק מרן בעל ברך משה זי"ע וועלכע די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג כ"ו ניסן,
דער רב האט שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען ספר הק' דברי חיים, און ארויסגעברענגט די קשר וואס רבותיה"ק זי"ע האבן געהאט מיטן דברי חיים,
וליבלחט"א די קשר פון מרן רבינו שליט"א צום דברי חיים, וועלכע האט געהאט די זכי'ה אז הרה"ק ר' מענדל מ'סטראפקאוו האט געדינט אלס סנדק ביים ברית וועלכע איז געווען א תלמיד פונעם דברי חיים,
ציווישן אנדערע האט דער רב פארציילט א מעשה נורא איבער א דאקטאר וואס איז צוריקגעקומען צום אידישן וועג פון איינמאל מיטהאלטן א תפילת מנחה ביים הייליגן דברי חיים,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די גדלות פונעם רבי'ן ז"ל בעל ברך משה וועלכע האט זיך אריינגעלייגט אין יענעם'ס מצב סיי ביים אויפנעמען קוויטלעך וואו דער רבי האט אויפגענומען בשבר פנים יפות און די זעלבע ווען אימער א איד איז צוגעקומען האט די זיידע דער רבי ז"ל זיך אינגאנצן אריינגעווארפן אין די מצב,
איידער דער רבי ז"ל האט איבערגענומען דעם הנהגה האבן עטליכע פריינד פונעם רבי'ן געוואלט אפרעדן אבער דער רבי האט זיך נישט געלאזט זאגנדיג אז ער קען נישט צוקוקן ווי די גאנצע עבודה פונעם פעטער זאל גיין לאיבוד,
דערנאך האט דער רב אויפגעפרישט זיינע זכרונות פונעם זיידן אלץ סיגוטער רב אין בארא פארק, וואו דער רב האט זיך אויסגעדריקט אז די עבודת הק' אלס רבי איז געווען פונקט ווי אינעם קליינעם סיגוטער ביהמ"ד און אפשר אין סיגוט איז גאר געווען שטערקער, לדוגמא שמחת תורה האט אפט געקענט פאסירן אז דער רבי זאל אריינהאקן אין די אנוועזענדע בשעת'ן אפרעכטן די עבודת הק' פון די הקפות,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די הרגשים ווען מען דערמאנט זיך די השתפחות הנפש ביי יעדע תפילה פיל מיט געגועים וכסיפים, און דערביי האט דער רב דערמאנט איבער די התבטלות וואס דער רבי האט געהאט פאר א תלמיד חכם כעבדא קמא מרא,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט באריכות פונעם כח התורה פונעם רבי'ן און די פילע בענדער וואס מען וואלט געקענט ארויסגעבן פון די אלע חידושים נפלגים וועלכע האבן זיך געגאסן פון זיין הייליג מויל,
און דער רב האט צוגעענדיגט אז די אלע תפילות וואס אידן זענען זיך שופח שיח על קברו זענען קאי וקיים און די צדיק איז משפיע פאר אונז פון אויבן,
און דער רב האט דערמאנט דעם כ"ה ניסן תשנ"ד ווען דער רבי איז געפארן צום יארצייט קיין צאנז האט דער רבי געבעטן ביים באגלייטן מוצאי יו"ט פסח אז אין די צייט וואס דער רבי גייט זיין ביים ציון הק' זאל מען זיך צוזאמענעמען און מאכן מניני תהלים,
דער רב האט דערציילט אז ווען די קינדער פונעם הייליגן דברי חיים האבן געמאכט דעם נוסח המציבה האבן זיי געוואלט שרייבן 'לא הניח כמותה' אבער די שינאווער רב ז"ל האט זיך קעגן געשטעלט און געפרעגט "ווער זאגט אז עס וועט נישט זיין נאך איינער אזוי ווי דעם טאטע'ן?" אבער די לשון 'דבוק ביצרו כחד משרפי מעלה' האבן אלע מסכים געווען,
און דערנאך האט דער רב מסיים געווען בקול חנוק מדמעות מיט ברכות לרוב בזכות פון די גרויסע זיידעס ביז מען וועט זוכה זיין בהתגלות כבוד שמים עלינו בביאת גוא"צ בב"א.

מען האט געענדיגט ארום 12:55 און דער רב האט פארלאזט דעם ביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 140