🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ט אלול תשפ״ה · Sep 12, 2025 · 11:51 AM
#2018
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת כי תבא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ח ע"ב - ס"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אום 8:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 9:30 האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר משה יודא גרינפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אהרן רזיאל שפילמאן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יושע יאקאב הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יושע הערש גליק הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר מאיר ראובן וויינשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה אלי' גרין הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 138