🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp SMS Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ד חשוון תשפ״ז · Nov 4, 2026 · 3:20 PM
#3617
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת חיי שרה =

אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה במסכת כתובות.

ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכן דאווענען האט דער רב משמיע געווען א שיעור תהילים,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין קאפיטל כ"ח פסוק ב' 'שמע קול תחנוני בשועי אליך',
דער רב האט מעורר געווען נישט צו רעדן ביים דאווענען און געזאגט אז אויב רעדט מען ביים דאווענען האלט מען אפ די תפילות פון די אנדערע מתפללים,
דער רב האט ממשיך געווען ארומרעדנדיג צו זיין געהיטן פון מחשבות זרות בשעת התפילה,
דערביי האט דער רב באזונדער מחזק געווען די צענדליגער בחורים וועלכע האבן פארגאנגענע וואך אנגעהויבן לערנען משנת ויואל משה וועלכע ראטעוועט פון מחשבת מינות,
דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ארום 5:25 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שמעון יצחק פילעפף הי"ו,
ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו - משמש דקהילתינו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יושע בער שווארץ הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 38