🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א חשוון תשפ״ז · Nov 1, 2026 · 10:21 PM
#3603
= רעוא דרעוין =

ארום 6:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו,
ביים ליינען איז מכובד געווארן:
לוי: מוה"ר יואל בר"י יאזשעף הי"ו - ק"י,
שלישי: הרה"ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי גימפל וויינגארטען הי"ו - מאנטריאל.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו של"ס,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' רייזמאן הי"ו,
שיר המעלות: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - מנה"ר כתה ט'.

דערנאך האט דער רב געזאגט של"ס תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ותאמר שרה צחק עשה לי אלהים כל השמע יצחק לי' און געטייטשט עטליכע דקדוקים בפרשה אויף עטליכע מהלכים,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס וואס אברהם אבינו האט געווארט ביז די הונדערט יאר צו געהאלפן ווערן מיט קינדער איז גאר געווען א טובה פאר אים, וויבאלד אזוי האט ער שוין געהאט אויסגעארבעט די מידות החסד,
דער רב האט ממשיך געווען מיט דברי חיזוק אז אסאך מאך ווארט א איד אויף א ישועה זאל ער וויסן אז די ווארטן איז אויך לטובה,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:30.

מוצש"ק ארום 10:45 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל צום מעמד 'ליל התקשרות' - דינער השנתי לטובת כולל חבת ירושלים,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, צווישן זיי האדמורי"ם מקיוויאשד, תולדות צבי דספינקא, און סקולען וומ"ס שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן מנהל הכולל הגה"צ ר' ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא און פאר די הנהלת הכולל, און די רבנים אויפן אויבנאן,
ארום 11:05 האט דער רב פארלאזט דעם מעמד אויפן וועג אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 97