🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ט חשוון תשפ״ז · Oct 30, 2026 · 4:16 PM
#3598
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת וירא =

אינדערפרי ארום 8:45 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א אין קרית יואל המורחבת,
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל פתיחת הזמן,
דערנאך ארום 10:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 2:50 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה,
ביים אנקומען האט דער רב צוערשט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאך מנחה האט דער רב פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור אין הלכות שבת סימן ש"ח,
מען האט געענדיגט ארום 3:50 און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רב צוריק אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן וואו די בחורים האבן איבערגעחזרט דעם שיעור און דער רב האט זיך מפלפל געווען מיט די בחורים א לענגערע צייט.

ארום 4:20 פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שבת,

דער רב האט משמיע געווען דברי תורה אויפן פסוק 'הנה נא הואלתי לדבר אל השם' און אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים,
דער רב האט ממשיך געווען און שטארק ארומגערעדט איבער די ענין פון נישט רעדן שיחת חולין פארן דאווענען,
אזוי אויך האט דער רב מעורר געווען די בחורים צו לערנען פארן דאווענען הן די סדר אשמורת און אזוי אויך ספרי חסידות,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 5:00,
ארום 5:15 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפן וועג לביתו אין ק"י.


שפעטער ארום 8:00 אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 32