🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ט חשוון תשפ״ז · Oct 30, 2026 · 4:16 PM
#3597
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת וירא =

אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה במסכת כתובות.

ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכן דאווענען האט דער רב משמיע געווען א שיעור תהילים משולב בדרשת פתיחת הזמן,
דער רב האט געטייטשט עטליכע פסוקים און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי מוסר והתחזקות לרגל פתיחת הזמן,
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תפלה בכוונה, און אוודאי זיך נישט שטעלן דאווענען איידערן מאכן א הכנה מיט לימוד התורה,
מען זאל זיך צושטעלן צו אלע סדרי הישיבה, ובפרט אין די פארטאגס סדר,
דערביי האט דער רב מחזק געווען די חבורה 'קדושת יו"ט' וואו צענדליגער בחורים וועלן אנהייבן לערנען 'ספה"ק ויואל משה' אין א ספעציעלן סדר, דער רב האט ארומגערעדט איבער די חשיבות און די וויכטיגקייט דערפון א בחור זאל קענענלערנען די וויכטיגע ענינים,
דער רב האט ממשיך געווען זאגנדיג אז ער איז פריוואט דא פאר יעדן בחור און וועט קובע זיין איין טאג אין וואך ווי בחורים וועלן קענען אריינגיין פריוואט זיך דורכרעדן אין אלע ענינים,
דערנאך האט דער רב אויפגעפאדערט זיך צו האלטן צו אלע תקנות הישיבה,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.

נאך מנחה האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו - וומ"ס עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו אין די זאל פון כינור דוד.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמואל בראך הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל מרדכי ווירצבערגער הי"ו - ק"י אין די זאל פון אטריום,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין ק"י.

ביים אנקומען האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר ראובן גלאנץ הי"ו אין די זאלן פון גני קליין,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו - וומ"ס עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו אין די זאל פון כינור דוד,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב הערש פערל הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר ליפא פריעדמאן שליט"א אין די זאל פון בית רחל פאראדייס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 36