🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ב אדר תשפ״ה · Mar 12, 2025 · 11:06 PM
#1037
דער רב איז אנגעקומען אויף א באזוך ביי אחד מאנ"ש לרפו"ש און עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה בתוככי הקהילה, ובפרט האט דער רב ארויסגעברענגט מיט התרגשות די מספר בחורים וואס געפונען זיך שוין היינט בין כותלי הישיבה קטנה דמוסדותינו הק' וואס מיט עטליכע יאר צוריק האט מען נישט געגלייבט אז עס וועט האלטן דא, דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשטן ברכות לרוב, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לבית האכסניא.

שפעטער איז דער רב צוריקגעקומען לבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו ידידו וריעו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואו דער רב איז אנגעקומען אויף א לענגערע פריוואטע באזוך בביתו נאוה קודש שעל יד בנין ביהמ"ד הגדול פשעווארסק.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א בביתו נאך די פערזענליכע איינלאדענונג פון דער רבי שליט"א זיך צו קומען באטייליגן ביים היסטארישן שמחה בנישואי נכדתו הכלה היתומה בת הגה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא בני ברק שליט"א,
דער רב האט זיך געוואשן אלס פנים חדשות און מיטגעהאלטן דעם גאנצן סעודה,
כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א האט ארויסגעוויזן גאר א שטארקע חביבות און אויסטערליש מכבד געווען דעם רב שליט"א, און עס האט זיך פארמירט לענגערע שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה לכבוד השמחה און זיך געשטעלט אויף די גמ' אז בר קפרא האט געזאגט אויף רבי 'אם לעוברי רצונו כך, לעושי רצונו עאכ"ו', און עס מסביר געווען מיט'ן ישמח משה וואס זאגט אז אן עבירה וואס מ'טוט דורכ'ן ווערן איבערגערעדט פון א מסית ומדיח איז אסאך ערגער ווי סתם אן עבירה, און דער זיידע ז"ל דער ברך משה לייגט צו אז מדה טובה מרובה ווען מ'געבט חיזוק פאר א צווייטן צו טוהן א מצוה איז דאך זיכער אז ס'איז גרעסער, און דאס האט בר קפרא געמיינט 'אם לעוברי רצונו כך' אז ס'איז הארבער דורך א מסית, איז 'לעושי רצונו' זיכער אז ס'איז גרעסער, ממילא איז אוודאי בעסער אז א צווייטער זאל קומען משמח זיין ביים שמחה.

הרה"ק רבי ר' ברוכ'ל מ'מעזיבוז זי"ע האט געטייטשט 'לעוברי רצונו' מיינט די צדיקים וואס האבן א כח מבטל צו זיין גזירות, און 'לעושי רצונו' מיינט די צדיקים וואס האבן אזא כח צו מאכן אז דער רצון השם זאל מתחילה זיין נאר צו געבן גוטס,
האט דער רב מיט דעם געטייטשט 'קימו וקבלו וגו' ועל כל הנלוים אליהם' א צדיק קען משפיע זיין פאר אלע וואס זענען זיך מדבק אין אים, בעהט מען 'ולא יעבור' ער זאל נישט עובר זיין און טוישן דעם רצון השם, נאר 'להיות עושים' מאכן אז דעם רצון השם זאל מתחילה נאר זײן לטובה.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז פורים איז א זמן וואס די חסידים קענען אויך משפיע זיין פאר'ן צדיק און אויסבעטן ביים אויבערשטן אז דער צדיק זאל האבן אלעס וואס ער דארף, אזויווי ס'שטייט פון ספה"ק פשט אין פסוק 'קימו וקבלו' אז פורים האט מען א כח אז מ'קען אויך משפיע זיין פאר'ן אויבערשטן.

דער רב האט ארויסגעברענגט דעם כבוד און זכי' אז מ'האט דעם געלעגנהייט צו קומען זיך משתתף זיין ביים שמחה פונעם רבי'ן, און די צהלת פנים פונעם רבי'ן איז זיכער משפיע פאר אונז אלע,
און זיך גאר שטארק באדאנקט דאס וואס דער רבי האט אלע יארן אנגעהאלטן דעם קשר, בכל עת ועונה האט דער רבי אנגערופן און מחזק געווען, און מעומק הלב ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו, מ'זאל זיך ווייטער קענען מיטפרייען איינער ביים צווייטן, דער רבי זאל שעפן תענוג ונחת דקדושה, און אלע תלמידים וחסידים זאלן זוכה זיין נהנה צו זיין מאורו ומזיוו עד ביאת גוא"צ בב"א.

נאכ'ן דרשה האט כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א מכבד געווען דעם רב צו טאנצן מיט'ן חתן, און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די גאנצע אויבנאן,
כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט ברכת המזון,
נאכ'ן שבע ברכות האט כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א גאר ווארעם באדאנקט דעם רב שליט"א פאר'ן זיך משתתף זיין, מ'האט זיך געזעגנט לשלום, און דער רב איז צוריק לבית האכסניא.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 208